בס"ד די עצה פון חז"ל "עין רואה"

הסתכל בשלשה דברים ואי אתה בא לידי עבירה, עין רואה וכו' (אבות פ"ג א)

ווער קען אויף זיך מעיד זיין ווי דוד המלך ע"ה "ולבי חלל בקרבי"? ווער פון אונז, בלויזע מענטשן בשר ודם, וואס זענען באשעפטיגט אויפן  קאמפיוטער, האבן פאר זיך אן אפענע וועלט, האנדלען און ארבעטן מיט אלעמען, אמאל כאפט זיי 'א שוואכע מינוט', און מיט א קוועטש אויף איין קנעפל האבן זיי אן אפענעם וועג צו די מ"ט שערי טומאה, בלייבט די פראגע מי יכול לעמוד באלה? און וואס איז דער לעזונג פאר דעם פראבלעם?

 

די גדולי הרבנים שליט"א האבן שוין פיל מעורר געווען איבער דעם ענין, און זיי האבן ערקלערט אז א קאמפיוטער-אינטערנעט, איז "אסור ביחוד", פשוטו כמשמעו, מען טאר זיך נישט מייחד זיין מיטן קאמפיוטער, צו זיצן אין א פארמאכטע צימער ווי קיין מענטש קומט נישט אריין, איז נישטא קיין שמירה, דאן איז דער יצה"ר עלול צו ערלעדיגן א מענטש און אים אוועקלייגן.

 

איר האט יעצט א געלעגענהייט זיך איינצושרייבן אין א סארט פראגראם ביי א קאמפאני וואס שטעלט אייך צו צוויי 'שומרים', צוויי

"עין רואה", וואס וועלן האלטן אן אויג אויף אייך, ווי איר זענט און וואו איר קריכט ארום.

 

דער פראגראם ארבעט ווי פאלגענד: איר פארבינדט אייך צו די קאמפאני, און איר האט דאס רעכט זיך אויסציוועלן צוויי מענטשן,

ס'קען זיין אייערס א טאטע, א ברודער, דער שותף אין די ביזנעס, חברים, יעדעס מאל וואס איר קלאפט אריין אין אינטערנעט אן אדרעס צו וועלכן 'סייט' איר טוט זיך פארבינדן, דאן טוט דאס די קאמפאני אויטאמאטיש פארצייכענען ביי זיך, און שיקט אריין א גענויען וועכענטליכן רעקארד צו די צוויי מענטשן וואס זעהן גענוי צו וועמען איר האט זיך פארבינדן.

 

זיי באקומען יעדע וואך א גענויען 'רעפארט' פון אלע סייט'ס וואו איר האט באזוכט, עס קומט שוין באזונדער אפגעטיילט די 'נישט

גוטע' מיט א סימן, וואס מען זעהט גענוי וויפיל מינוט דער קאמפיוטער איז געווען אויף דער 'סייט' ה"י. אויסער דעם וועכענטליכן רעפארט, קען דער 'שומר' סיי ווען, און פון וואו אימער, זיך פארבינדן מיט די קאמפאני און איבערטשעקן וואו איר האט זיך אלס פארבינדן לעצטענס.

 

אט די שמירה איז א שטארקע, ווייל איינמאל איר האט זיך פארבינדן מיט די צוויי שומרים אייערע בלייבט איר צו זיי אנגעבינדן, און אן זייער וויסן קענט איר נישט אראפגיין פונעם סיסטעם. אויב איר טוט זיך אויסשליסן פונעם פראגראם באקומען זיי אן אי-מעיל מעסעדזש אז איר האט זיך אראפגענומען פונעם פראגראם.

 

די ערשטע עטליכע אידן וואס האבן זיך דערווייל שוין איינגעשריבן אין דעם פראגראם זאגן אז עס איז געוואלדיג, מען שפירט יעדעס

מאל איידער מען טייפט אריין אן אדרעס אז עס איז דא נאך צוויי מענטשן וואס גייען גענוי וויסן וואוהין איר האט זיך יעצט פארבינדן, און אויב איז דאס עפעס וואס האט צוטון מיט עצת היצר, דאן פארגייט שנעל דער אפעטיט דערצו, און עס האט דעם כוח וואס חז"ל זאגן "עין רואה".

 

עס ברויך דא צוגעגעבן ווערן, אז דער פראגראם טוט נישט באהיטן דעם קאמפיוטער אז עס זאל נישט אריינקומען קיין אומגעווינטשענע סחורה, עס איז נאך אלס נויטיג צו האבן די 'דזשעי-נעט' פילטער, וואס זאלן איבערגיין און אויסטשעקן יעדע אדווערטייזמענט, וכדומה וואס קומט אריין, אויך איז דער 'דזשעי-נעט' היינט דער בעסטער 'פילטער' וואס לאזט נישט אנקומען וואו מען דארף נישט, פארט נעמט דאס נישט אוועק דעם געפיל אז ער זיצט 'אליין מיטן קאמפיוטער', וואס דער פאקט האט באוויזן אז דאס ברענגט זיך מיט זיינע נסיונות ואכמ"ל, צו דעם איז דער פראגראם דער בעסטער שומר, ווייל ער וועט נישט רירן דעם פילטער, וואוסענדיג אז זיינע שומרים וועלן וויסן דערפון.

 

מיט דעם פראגראם קענט איר אויך מאניטארן די גאנצע ביזנעס, אפילו פון א צווייטן פלאץ.

 

דער פראגראם ארבעט אויך אונטערנאציאנאל, צום ביישפיל א איד אין ענגלאנד וועלכער האט זיך איינגעגעבן אז ער איז דער שומר אויף זיינע קינדער, וואס וואוינען אין אמעריקע, צי סייווי איבער די וועלט, דער טאטע קען האלטן קאנטראל אויף זיינע קינדער, סיי דורך די וועכענטליכע רעקארד'ס, ווי אויך סיי ווען ער וויל קען ער זיך פארבינדן מיט די קאמפאני און טשעקן וואס עס טוט זיך.

די זעלבע זאך, אן ארבעטער וואס זיצט ביים קאמפיוטער, וואוסענדיג אז זיין בעה"ב - אפילו אויב איז ער היינט נישט אריינגעקומען אין די ארבעט - ווייסט גענוי איבעראל וואו ער 'קריכט', וועט ער נישט גיין אויף קיין אומגעווינטשענע ערטער.

 

מיר גיבן נישט קיין היתר פאר קיינעם צו האבן בכלל קיין קאמפיוטער, דער קאמפיוטער איז, און בלייבט, א אסור'דיגע כלי וואס נפש

היפה סולדת הימנה. אונזערע ווערטער זענען באצויגן נאר צו די אידן וואס האבן א היתר פון א רב צו האבן אזא כלי מחמת צורך פרנסה, און זי ווילן עומד בנסיון זיין, זיי ווילן זיך נישט טראסטן, אל תאמין בעצמך עד יום מותך, זיי ווילן האבן א שומר איינער פון וועמען ער זאל זיך צוריק האלטן איז דאס בעסטע וועג,  זיי זאלן האבן די מעגליכקייטן און די פולסטע הילף דורך די "שומרים".

ווי אויך איז קלאר אז דער פראגראם איז בכלל נישט קיין לעזונג פארן אנגעווייטאגטן פראבלעם פון קאמפיוטערס מיטן אינטערנעט, חז"ל זאגן שוין 'אין אפוטרופוס לעריות', און דער יצה"ר האט זיך שוין זיינע וועגן און מעטאדן, אבער א שטארקע שמירה, און א שטארקע סגולה איז דאס דייקא יא, און מיט סייעתא דשמיא קען מען אי"ה אסאך דערגרייכן.

 WWW.REPORTYOUREYES.COM

 

פאר פראגעס און מער אינפארמאציע רופט  646-250-7559 or 1-888-435-2632