בס"ד

אידן שרייען ראטעוועט:

די עצה פון חז"ל "עין רואה"...

עס איז באקאנט דאס וועלטס ווערט'ל אויף דעם וואס חז"ל זאגן אז יתרו האט געהייסן יתרו "על שם שהוסיף פרשה אחת בתורה" ווייל ער האט מוסיף געווען א פרשה אין די תורה, די פרשה פון 'ואתה תחזה', וואס דאס איז דאך לכאורה נישט צום פארשטיין, נאכדעם וואס יתרו'ס עצה הייבט זיך אן פיל פריער, אנגעהויבן פון די פסוקים 'לא טוב הדבר אשר אתה עושה' 'נבול תבול' וגו', פארוואס ווערט זיין פרשה אנגערופן "ואתה תחזה" וואס דאס איז שוין פון די לעצטע פסוקים אין זיין פרשה?

ענטפערט די וועלט, אז די פרשה הייבט זיך וועגן דעם אן ביי "ואתה תחזה" ווייל דארט האט יתרו אנגעהויבן צו געבן די עצה, דארט האט ער אנגעהויבן צו זאגן פאר משה רבינו וואס ער זאל יא טון, און דאס איז וואס עס דארף געטון ווערן, צו זוכן אן עצה וואס יא צו טון, דאס הייסט א פרשה אין די תורה.

וואס זעהן מיר פון דעם? אז צי יעדע פראבלעם איז דא א לעזונג, אפילו אזא גרויסע פראבלעם וואס האט נוגע געווען פאר 'גאנץ' כלל ישראל, איז געפונען געווארן אן עצה ווי אזוי מען קען דאס פארגרינגערן און צוהעלפן דערצו, און דאס חשיבות דערפון איז אזוי גרויס אז עס האט זוכה געווען צו ווערן אנגערופן א "פרשה אחת בתורה".

ווען עס קומט צו ווידמען די טעמע איבער די ווייטאגליכע מכת הדור, דער 'קאמפיוטער' און דער 'אינטערנעט', איז דא זייער אסאך צו רעדן אויפן געביט פון "לא טוב הדבר אשר אתה עושה" עס איז שוין געשריבן געווארן א וועלט מיט מאמרים, ימ'ען מיט טינט זענען שוין פארגאסן געווארן, עס זענען שוין געהאלטן געווארן דערקעגן טויזענטער דרשות, כמעט נישטא קיין רב ומגיד מישרים אין די ראמען פון יהדות החרדית וואס האט נאכנישט געשטורעמט קעגן די כלי, עס איז אפשר אין די פארגאנגענהייט נישט גערעדט געווארן און געפירט געווארן אזא שווערע מערכה, ווי די מערכה וואס ווערט געפירט קעגן דעם קאמפיוטער, מיט דעם אינטערנעט.

די סיבה דערצו איז זייער פארשטענדליך.

דער קאמפיוטער איז א זאך, א ביטערער נסיון, וואס האט זיך אריינגעשטעלט אינעם סדר היום פון א מענטש, די וועלט איז היינט צוטאגס 'קאמפיוטערייזט', רוב וועלט פארט אויף קאמפיוטערס, ריזיגע ביזנעסער לעבן אויפן 'אינטערנעט', עס האלט שוין באלד אזוי ווייט אז צו לעבן אין די היינטיגע וועלט, צו זיין אין די ביזנעס-וועלט און אויסשליסן דעם קאמפיוטער, קוקט אויס נישט אנדערש ווי נישט צו האלטן קיין פרידזשידער און געז-רענטש אין שטוב... עס איז א הכרח!

מאידך גיסא, איז דער פאקט אז דער "קאמפיוטער" מיטן אינטערנעט איז א שטיק גיפט, א סם המות במלא מובן המלה, און דאס אויסדריק "רבים חללים הפילה" איז ליידער וואר מיט איר פולע משמעות, די כלי וואס טראגט א תמימות'דיגע פנים ווי א 'כלי שמלאכתו להיתר', איז באמת מוקצה מימת מיאוס ומחמת איסור, עס האט שוין מעביר געווען על דעתם אסאך אסאך קרבנות נעבעך, אראפגעפירט יונגע בחורים מיט מיידלעך פון וועג ה"י, צובראכן אידישע שטובער ר"ל, און געמאכט א תל עולם פון אומצאליגע נפשות נקיות וטהורות, אויף א גרויסן פארנעם, לא יאומן כי יסופר, און אויף דעם וויינט מען און מען שרייט "הצילו!".

די עיקר תיקונים וואס די מעוררים שליט"א פארלאנגען איז ראשית כל, ארויס פון שטוב! נישט לאזן קינדער צורירן דערצו! אל תגע בו יד! יעדער וואס פאר אים איז דאס נישט בגדר פיסוק חיותא זאל שטיין ווייט! אבער פאר די וואס מוזן דאס האבן פאר פרנסה, זיי זענען ווייטער אין א גרויסן פראבלעם.

עס איז קלאר אז מען דארף פארפירן און מוחה זיין דערקעגן, מען דארף דאס אויסרייסן און מען דארף דאס אוועקטראגן פון די שטובער, די רבנים האבן ארויסגעגעבן א איסור גמור צו האלטן אזא כלי אין שטוב, און די ערליכע מוסדות התורה האבן איינגעפירט א תקנה אז א קינד וואס האט צוטריט צו א קאמפיוטער מוז דערווייטערט ווערן פון די כותלי התלמוד תורה.

אבער דאס איז נאר א קליינע ישועה, יעדער פרעגט די שאלה, פיין! התינח די קינדער, אבער וואס איז מיט די עלטערע? ווער קען אויף זיך מעיד זיין ווי דוד המלך ע"ה "ולבי חלל בקרבי"? ווער פון אונז, בלויזע מענטשן בשר ודם, וואס זענען באשעפטיגט אויפן קאמפיוטער, האבן פאר זיך אן אפענע וועלט, האנדלען און ארבעטן מיט אלעמען, אמאל כאפט זיי 'א שוואכע מינוט', און מיט א קוועטש אויף איין קנעפל האבן זיי אן אפענעם וועג צו די מ"ט שערי טומאה, בלייבט די פראגע מי יכול לעמוד באלה? און וואס איז דער לעזונג פאר דעם פראבלעם?

לעצטענס זענען אויפגעקומען פארשידענע געפילטערטע אינטערנעט פראגראמען, אזעלכע פראגראמען וואס זענען אין א בחינה פון בוחר הרע במיעוטו, אבער יעדע איינע האט נאך געהאט מיט זיך דעם פראבלעם, און עס איז נישט געווען קיין עצה ווי אזוי ווערט מען באפרייט פון די צרה? ווי אזוי ווערט מען באהיטן אז מען זאל נישט אריינפאלן ברשת היצר?

טייערע ברודער! לאמיר אייך העלפן אין דעם הינזיכט.

די גדולי הרבנים שליט"א האבן שוין פיל מעורר געווען איבער דעם ענין, און זיי האבן ערקלערט אז א קאמפיוטער-אינטערנעט, איז "אסור ביחוד", פשוטו כמשמעו, מען טאר זיך נישט מייחד זיין מיטן קאמפיוטער, צו זיצן אין א פארמאכטע צימער ווי קיין מענטש קומט נישט אריין, איז נישטא קיין שמירה, דאן איז דער יצה"ר עלול צו ערלעדיגן א מענטש און אים אוועקלייגן.

די משנה זאגט אין אבות "הסתכל בשלשה דברים ואי אתה בא לידי עבירה" אויב וועסטו האלטן דריי זאכן פאר די אויגן וועסטו נישט נכשל ווערן אין קיין זינד, די ערשטע זאך איז "עין רואה", אויב זאל א מענטש האלטן פאר די אויגן, און גלייבן באמונה שלימה אז ווי ער גייט און ווי ער שטייט, גייט מיט אים מיט א "אויג" א EYE”" ער ווייסט אז יעדע זאך וואס ער טוט ווערט געזעהן און באמערקט, אזא מענטש וועט נישט אזוי שנעל זינדיגן.

 דאס איז דאך א פאקט, אז ווען א מענטש ווייסט אז אנדערע ווייסן זיינע מעשים, זיי באאבאכטן אים, וועט ער זיך צוריק האלטן פון צו טון אומצאליגע זאכן וואס ער וואלט ווען ח"ו געטון אין 'א שוואכע מינוט', און נישט אומזינסט האבן חז"ל דאס געשטעלט אלס די ערשטע זאך וואס איז דער "שומר" צום "ואי אתה בא לידי עבירה".

תהלה לקל יתברך, נאר א שווערע מיה און הארעוואניע זענען די עסקנים געוואויר געווארן פון א פראגראם וואס וועט האפענטליך ראטעווען א מענטש פון אריינפאלן אין דעם ביטערן אינטערנעט-נעץ".

מיר מוזן מקדים זיין: אונזערע פאלגענדע ווערטער זענען נישט געצילט צו מענטשן וואס האבן א קאמפיוטער-אינטערנעט, און זיי שפירן זיך צופרידן און באקוועם דערמיט, זיי האבן נישט קיין געוויסן-ביסן, און זייער געפיל דריקט נישט אויף זיי מיט די ביטערע פראבלעמען וואס דער קאמפיוטער ברענגט מיט זיך, צו זיי איז א שאד יעדעס ווארט.

מיר רעדן אויך נישט צו די אלע וואס ווילן בשום אופן נישט האבן קיין צוטריט צום קאמפיוטער, און זיי פרובירן מיט אלע כוחות נישט צו דארפן האבן די כלי, משום הרחק מן הכיעור ומן הדומה לכיעור, פאר די זאגן מיר "אשרי לכם בזה ובבא" און שטייט ווייטער ווייט פון די כלי ווי ביז היינט.

אונזערע ווערטער זענען בלויז געמאלדן צו דעם קרייז, היימישע אידן, ערליכע אידן, וואס 'מוזן' ליידער צוקומען צו די כלי, זיי זענען געצווינגען בלית ברירה צו ארבעטן אויפן 'אינטערנעט', און זיי פייניגן זיך און מוטשענען זיך מיט די נסיונות וואס דאס ברענגט מיט, און זיי ווילן אז מען זאל זיי ארויסהעלפן, און זיי וועלן מכיר טובה זיין פאר יעדער וואס איז זיי גרייט צו העלפן אין דעם הינזיכט. צו אט דעם קרייז מענטשן זענען אונזערע ווערטער געוואנדן.

עס איז דא א געלעגענהייט צו האבן אן "עין רואה", וואס וועט אייך מעורר זיין יעדעס מאל וואס עס דריקט אייך א רוח שטות זיך צו פארבינדן צו אן אומגעוואונטשענעם אינטערנעט-סייט, אז אנדערע וועלן וויסן גענוי וואס איר טוט...

איר האט יעצט א געלעגענהייט זיך איינצושרייבן אין א סארט פראגראם ביי א קאמפאני וואס שטעלט אייך צו צוויי 'שומרים', צוויי "עין רואה", וואס וועלן האלטן אן אויג אויף אייך, ווי איר זענט און וואו איר קריכט ארום.

דער פראגראם ארבעט ווי פאלגענד: איר פארבינדט אייך צו די קאמפאני, און איר האט דאס רעכט זיך אויסציוועלן צוויי מענטשן, ס'קען זיין אייערס א טאטע, א ברודער, דער שותף אין די ביזנעס, חברים, יעדעס מאל וואס איר קלאפט אריין אין אינטערנעט אן אדרעס צו וועלכן 'סייט' איר טוט זיך פארבינדן, דאן טוט דאס די קאמפאני אויטאמאטיש פארצייכענען ביי זיך, און שיקט אריין א גענויען וועכענטליכן רעקארד צו די צוויי מענטשן וואס זעהן גענוי צו וועמען איר האט זיך פארבינדן.

זייער באקומען יעדע וואך א גענויען 'רעפארט' פון אלע סייט'ס וואו איר האט באזוכט, עס קומט שוין באזונדער אפגעטיילט די 'נישט גוטע' מיט א סימן, וואס מען זעהט גלייך גענוי וויפיל מינוט דער קאמפיוטער איז געווען אויף דער 'סייט' ה"י. אויסער דעם וועכענטליכן רעפארט, קען דער 'שומר' סיי ווען, און פון וואו אימער, זיך פארבינדן מיט די קאמפאני און איבערטשעקן וואו איר האט זיך אלס פארבינדן לעצטענס.

אט די שמירה איז א שטארקע, ווייל איינמאל איר האט זיך פארבינדן מיט די צוויי שומרים אייערע בלייבט איר צו זיי אנגעבינדן, און אן זייער וויסן קענט איר נישט אראפגיין פונעם סיסטעם. אויב איר טוט זיך אויסשליסן פונעם פראגראם באקומען זיי אן אי-מעיל מעסעדזש אז איר האט זיך אראפגענומען פונעם פראגראם.

די ערשטע עטליכע אידן וואס האבן זיך דערווייל שוין איינגעשריבן אין דעם פראגראם זאגן אז עס איז געוואלדיג, מען שפירט יעדעס מאל איידער מען טייפט אריין אן אדרעס אז עס איז דא נאך צוויי מענטשן וואס גייען גענוי וויסן וואוהין איר האט זיך יעצט פארבינדן, און אויב איז דאס עפעס וואס האט צוטון מיט עצת היצר, דאן פארגייט שנעל דער אפעטיט דערצו, און עס האט דעם כוח וואס חז"ל "עין רואה".

עס ברויך דא צוגעגעבן ווערן, אז דער פראגראם טוט נישט באהיטן דעם קאמפיוטער אז עס זאל נישט אריינקומען קיין אומגעווינטשענע סחורה, עס איז נאך אלס נויטיג צו האבן די 'דזשעי-נעט' פילטער, וואס זאלן איבערגיין און אויסטשעקן יעדע אדווערטייזמענט, וכדומה וואס קומט אריין, אויך איז דער 'דזשעי-נעט' היינט דער בעסטער 'פילטער' וואס לאזט נישט אנקומען וואו מען דארף נישט, פארט נעמט דאס נישט אוועק דעם געפיל אז ער זיצט 'אליין מיטן קאמפיוטער', וואס דער פאקט האט באוויזן אז דאס ברענגט זיך מיט זיינע נסיונות ואכמ"ל, צו דעם איז דער פראגראם דער בעסטער שומר, ווייל ער וועט נישט רירן דעם פילטער, וואוסענדיג אז זיינע שומרים וועלן וויסן דערפון.

מיט דעם פראגראם קענט איר אויך מאניטארן די גאנצע ביזנעס, אפילו פון א צווייטן פלאץ.

דער פראגראם ארבעט אויך אונטערנאציאנאל, צום ביישפיל א איד אין ענגלאנד וועלכער האט זיך איינגעגעבן אז ער איז דער שומר אויף זיינע קינדער, וואס וואוינען אין אמעריקע, צי סייווי איבער די וועלט, דער טאטע קען האלטן קאנטראל אויף זיינע קינדער, סיי דורך די וועכענטליכע רעקארד'ס, ווי אויך סיי ווען ער וויל קען ער זיך פארבינדן מיט די קאמפאני און טשעקן וואס עס טוט זיך, ווי פארשטענדליך נאכדעם וואס ער ווייסט אויף זיכער אז 'אלע' קאמפיוטערס זענען איינגעשריבן אין דעם פראגראם.

די זעלבע זאך, אן ארבעטער וואס זיצט ביים קאמפיוטער, וואוסענדיג אז זיין בעה"ב - אפילו אויב איז ער היינט נישט אריינגעקומען אין די ארבעט - ווייסט גענוי איבעראל וואו ער 'קריכט', וועט ער נישט גיין אויף קיין אומגעווינטשענע ערטער.

צום שלוס שפירן מיר וויכטיג נאכאמאל צו באטאנען, מיר לייגן נישט  ארויף קיין גזירות אויף קיינעם, און מיר גיבן נישט קיין היתר פאר קיינעם צו האבן בכלל קיין קאמפיוטער, דער קאמפיוטער איז, און בלייבט, א אסור'דיגע כלי וואס נפש היפה סולדת הימנה.

אונזערע ווערטער זענען באצויגן נאר צו די אידן וואס האבן א היתר פון א רב צו האבן אזא כלי מחמת צורך פרנסה, און זי ווילן עומד בנסיון זיין, זיי ווילן זיך נישט טראסטן, אל תאמין בעצמך עד יום מותך, ער וויל האבן א שומר איינער פון וועמען ער זאל זיך צוריק האלטן איז דאס בעסטע וועג,  זיי זאלן האבן די מעגליכקייטן און די פולסטע הילף דורך די "שומרים".

ווי אויך איז קלאר אז דער פראגראם איז בכלל נישט קיין לעזונג פארן אנגעווייטאגטן פראבלעם פון קאמפיוטערס מיטן אינטערנעט, חז"ל זאגן שוין 'אין אפוטרופוס לעריות', און דער יצה"ר האט זיך שוין זיינע וועגן און מעטאדן, אבער א שטארקע שמירה, און א שטארקע סגולה איז דאס דייקא יא, און מיט סייעתא דשמיא קען מען אי"ה אסאך דערגרייכן.

 

דער פראגראם קען מען באקומען דורכ'ן אי-מעיל WWW.ReportYourEyes.COM

פאר פראגעס און מער אינפארמאציע רופט:  646-250-7559

 

New Number

1-888-435-2632